Category Archives: מעשׂיות

JD

די געגנט דינקיטאַון געפֿינט זיך אין דער שטאָט מינעאַפּאָליס לעבן דעם אוניווערסטטעט פֿון מינעסאָטאַ. דאָרט שוויבלט און גריבלט מיט סטודענטן און סטודענטקעס, מיט ברודערשאַפֿטן און שוועסטערשאַפֿטן (“פֿראַטערניטיס” און “סאָראָריטיס” בלע”ז), און מיט די פֿאַרשיידענע אָרעמע־לײַט און ליידיק־גייערס, וואָס קענען זיך … Continue reading

Posted in מעשׂיות | 1 Comment

פֿרישטיק

אין דרויסן אויף דער גאַס איז געווען אַ גוואַלדיקער רעש פֿון אַ קאָנוווי משׂא־אויטאָס, טאַנקען און סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געפֿאָרן צו דער נאָענטער מיליטערישער הויפּטקוואַרטיר. אָבער צוליב די דיקע ווענט און די פֿעסט פֿאַרריגלטע פֿענצטער האָט מען אינעווייניק דעם רעש … Continue reading

Posted in מעשׂיות | 1 Comment

די שלאַכט פֿון וויליאַמסבורג

צוליב דעם אויסנאַם־צושטאַנד איז די אונטערבאַן ניט געפֿאָרן איבער דער מאַרסי־עוועניו־סטאַנציע. דער פֿאַרקער אויף בראָדוויי, די הויפּטגאַס וואָס געפֿינט זיך אונטער די באַנרעלסן, האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעשטעלט. די ווייניק מענטשן אין די קרעמלעך און קיאָסקן האָבן געשפּירט די מאָדנע … Continue reading

Posted in מעשׂיות | 3 Comments

יונגע שטימען אין פֿאָרווערטס

אויף די פֿיס האָט ער געטראָגן אַ פּאָר בלאָע סאַנדאַלן. אין דער רעכטער האַנט — געהאַלטן אַ זעקעלע מיט אַ מאַראַנץ, אַ סענדוויטש מיט קעז און אַ פֿלאַש וואַסער. ער האָט אײַנגעאָטעמט די פֿרישקייט וואָס דער ווינט האָט אים צוגעטראָגן. … Continue reading

Posted in מעשׂיות | Leave a comment

לייזער בורקאָס דעביוט אין פֿאָרווערטס

אַ קאָשמאַר איין טאָג האָט לייזער זיך אויפֿגעכאַפּט און זיך עפּעס ניט געפֿילט ווי תּמיד. אָנגעהויבן, ווי יעדן אינדערפֿרי, זאָגן “מודה אַני”, איז אים די תּפֿילה ערגעץ פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, איידער ער האָט זי געקענט אַרויסזאָגן. זײַן האַנט האָט געטאַפּט לעבן … Continue reading

Posted in מעשׂיות, פֿאַרשידנס | Tagged | Leave a comment

עמיל קאַלינס דעביוט אין פֿאָרווערטס

ערשטע מלחמה־נאַכט די לופֿט אין יענער צײַט איז געווען אָנגעלאָדן מיט פּולווער. די איראַקישע אַרמיי האָט אײַנגענומען קוּוועיט מיט אַ פּאָר חדשים פֿריִער. די וועלט האָט בשום־אופֿן נישט געקענט מאַכן שלום מיטן עזות־פּנימדיקן אַרײַנרײַסן זיך אין אַ שכנותדיקער, פֿרידלעכער מדינה, … Continue reading

Posted in מעשׂיות, פֿאַרשידנס | Tagged | Leave a comment

אין דער אונטערבאַן

פֿון לייזער בורקאָ האָט קיין פֿאַראיבל ניט, מײַנע דאַמען און הערן, איך באַדויער זייער וואָס איך מוז אײַך שטערן אין מיטן דער נסיעה, אָבער דער ביטערער מצבֿ לאָזט מיך ניט אָפּהיטן אַלע גוטע מאַניערן. איך בין נעבעך, ווי איר קוקט … Continue reading

Posted in מעשׂיות | Tagged , , | Leave a comment

מיכל זאַיאַנץ דערציילט כעלעמער מעשׂיות

ווידעאָס פֿון מיכל זאַיאַנץ אויף דער ייִדיש־וואָך 2010

Posted in ייִדיש־װאָך, מעשׂיות, װיצן | Leave a comment

בײַ דער אַרבעט פֿאַרמיטלונג

קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען די נײַע געשיכטע פֿון לייזער בורקאָ בײַ דער אַרבעט־פֿאַרמיטלונג

Posted in מעשׂיות | Leave a comment

דאָס תּקופֿה־ציטערניש — פֿון לאה ראָבינסאָן

קוועטש אויף די ווערטער אונטן, כּדי צו לייענען דעם אָנהייב פֿון דער מעשׂה דאָס תּקופֿה־ציטערניש — פֿון לאה ראָבינסאָן

Posted in מעשׂיות | Leave a comment