JD

די געגנט דינקיטאַון געפֿינט זיך אין דער שטאָט מינעאַפּאָליס לעבן דעם אוניווערסטטעט פֿון מינעסאָטאַ. דאָרט שוויבלט און גריבלט מיט סטודענטן און סטודענטקעס, מיט ברודערשאַפֿטן און שוועסטערשאַפֿטן (“פֿראַטערניטיס” און “סאָראָריטיס” בלע”ז), און מיט די פֿאַרשיידענע אָרעמע־לײַט און ליידיק־גייערס, וואָס קענען זיך ניט דערלויבן צו וווינען ערגעץ שענער. די פּראַכט פֿון דינקיטאַון איז דער אַזוי גערופֿענער “דינקידאָום”, וואָס מיט זײַן קופּאָל דערמאָנט ער אין אַ וויכטיקן רעגירונג־ אָדער געריכט־בנין, כאָטש אינעווייניק געפֿינען זיך בלויז ביליקע עס־ און טרינקפּלעצער.

אין דינקיטאַון האָב איך געוווינט אַן ערך זעקס וואָכן, אויפֿן בוידעם פֿון אַן אַלט הויז, וווּ עס האָבן געוווינט נאָך דרײַ מענטשן אין באַזונדערע צימערן. מיר האָבן זיך געטיילט מיט איין קיך און מיט איין וואַשצימער. וויפֿל איך דערמאָן זיך, האָט מײַן צימער געקאָסט דרײַ הונדערט דאָלאַר אַ חודש דירה־געלט, וואָס אַפֿילו דעמאָלט וואָלט מען אין ניו־יאָרק ניט געקענט געפֿינען אַ מויזלאָך פֿאַר אַזאַ סומע. אונטן האָבן געוווינט די סטודענטן און סטודענטקעס, וואָס האָבן מער געהוליעט ווי שטודירט. איין מאָל, אַרויפֿגייענדיק צו מײַן צימערל, געדענק איך אויף די טרעפּ איז געשטאַנען אַ ריזיקע פֿאַס ביר, טאָמער עמעצער לײַדט נעבעך פֿון דורשט. מיט די סטודענטן האָבן אויך געהויזט עטלעכע גרויסע הילכערס, אַזוי גרויס ווי יענע פֿאַס ביר, כּדי די ערד זאָל ציטערן אונטער די פֿיס ווען זיי שפּילן מוזיק.

מײַנע שכנים אויפֿן בוידעם זײַנען אויך ניט געגאַנגען אויף די שפּיץ פֿינגער, זיי האָבן געלאָזט פֿון זיך הערן. קעגנאיבער מיר האָט געוווינט אַ מיטליעריקער אַרבעטלאָזער, וואָס בײַ אים אין צימער האָט שטענדיק געשפּילט מוזיק, כּדי צו פֿאַרטויבן דעם רעש, וואָס קומט פֿון די אַנדערע צימערן. ער איז יעדן טאָג געגאַנגען כאַפּן פֿיש אָדער שיסן אָדער עפּעס אַזוינס, און ער האָט כּסדר באַרעדט די ליבעראַלן און געלויבט די קאָנסערוואַטיוון, כאָטש בלויז די ליבעראַלע מינעסאָטאַ שטאַט־רעגירונג האָט אים אויסגעהאַלטן. לעבן מיר האָט געוווינט אַ יונגערמאַן פֿון בולגאַריע, זייער אַ וווילער, וואָס בײַ אים האָבן געוואַלגערט פֿאַרשיידענע פּאָרנאָגראַפֿישע מאַגאַזינען, געשמאַקפֿולע בילדער פֿון פֿרויען מיט אומנאַטירלעכע קאָלאָסאַלע בריסט, אַזוי גרויס ווי יענע פֿאַס ביר. אַ ביסל ווײַטער האָט געוווינט דער העלד פֿון אונדזער מעשׂה, דזשאַן דאָנעווען, אָדער ווי מע האָט אים טאַקע גערופֿן: דזשיי די.

דזשיי די איז געווען ניט צו הויך, אָבער קרעפֿטיק, שטאַרק,  געזונט ווי אַ גוי, מיט געדיכטע וואָנצעס און קרײַזלדיקע בלאָנד־ברוינע האָר. שוין ניט קיין יונגער, האָט ער אַמאָל געדינט אין דער אַרמיי און איצט געאַרבעט ווי אַ בוי-אַרבעטער. זײַן אמתע לײַדנשאַפֿט איז אָבער געווען פֿאַר זינגען און שפּילן ראַק־מוזיק און, אפֿשר נאָך שטאַרקער, פֿאַר משקה. יעדן אָוונט, ווען ער האָט ניט געדאַרפֿט אין דער פֿרי גיין אַרבעטן, פֿלעג ער זיך געהעריק אָנשיכּורן, און ניט בלויז טרינקען, נאָר אויך שרײַען און געוואַלדעווען, געבן אַ זעץ אין דער טיר, זינגען צוזאַמען מיט אונדזער שכן פֿון בולגאַריע, ביז שפּעט, שפּעט אין דער נאַכט. איין מאָל האָבן די צוויי זיך צעקריגט, ווײַל דער בולגאַריער האָט געהאַט אויפֿגעגעסן אַ קעסטל מאָראָזשענע, וואָס דזשיי די האָט געהאַט צוגעזאָגט געבן זײַן חבֿרטע — דאָס האָט אים געקאָסט אַ נאַכט פֿון ליבע. אָבער געוויינטלעך איז ער געווען גוט אויפֿגעלייגט און אויסגעקומען מיט אַלעמען, ווײַל זיי האָבן סײַ ווי אַלע געהאַט מורא פֿאַר אים.

מיט מיר, אָבער, איז די באַציִונג געווען אַ ביסל אָנגעשטרענגט. כאָטש זײַן טאַטע איז אַליין געווען אַ ייִד, איז דזשיי די געווען, ניט פֿאַר קיין ייִדן געדאַכט, אַ שטיקל ראַסיסט און אַנטיסעמיט. אים איז עפּעס ניט געפֿעלן דאָס וואָס איך פֿאַרנעם זיך מיט די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן, דאָס האָט עפּעס ניט געפּאַסט. נאָך ערגער, האָב איך זיך באַקלאָגט וועגן אים צום בעל־הבית, ווײַל בײַ נאַכט האָב איך ניט געקענט שלאָפֿן צוליב זײַנע געשרייען און געפּילדער. דערפֿאַר האָט ער בײַ נאַכט, שוין גוט פֿאַרשנאָשקעט, מיר געקלאַפּט אויף דער טיר און געשריגן.

זוכנדיק אַ רויִק אָרט, בין איך עטלעכע נעכט געשלאָפֿן ניט אין דער היים, נאָר אין דער ביבליאָטעק פֿון מײַן אָפּטייל אין אוניווערסיטעט. דאָרט איז געווען אַ באַקוועמע סאָפֿע, נאָר איין צרה — דער בנין איז ניט געווען געהייצט בײַ נאַכט, וואָס אין קאַלטן מינעסאָטאַ קען דאָס זײַן געפֿערלעך. דערצו איז דער רייניקונג־פּערסאָנאַל געקומען אַרבעטן זייער שפּעט און זיי האָבן אויך געמאַכט אַ גרויסן טומל מיט זייערע מאַכערײַקעס און שטויבמאַשינען. נו, דערפֿאַר שלאָפֿט מען געוויינטלעך ניט אין דער אָפּטייל־ביבליאָטעק.

צום גליק האָט דער בעל־הבית מיר אין גיכן אָפּגעגעבן מײַן זיכערהייט־אײַנצאָל, מבֿטל געווען דעם וווינקאָנטראַקט, און איך האָב געקענט גיין זוכן אַ צווייטע דירה. זי איז אויך ניט געווען קיין פּאַלאַץ, אָבער קיין צווייטער דזשיי די איז דאָרט ניט געווען, און קיין צווייטן האָב איך ניט באַגעגנט ביזן הײַנטיקן טאָג.

Posted in מעשׂיות | 1 Comment

שרײַבקרײַז דעם 14טן דעצעמבער 2011

Posted in אונטערנעמונגען | Leave a comment

שרײַבקרײַז דעם 9טן נאָוועמבער 2011

Posted in אונטערנעמונגען | Leave a comment

פֿרישטיק

אין דרויסן אויף דער גאַס איז געווען אַ גוואַלדיקער רעש פֿון אַ קאָנוווי משׂא־אויטאָס, טאַנקען און סאָלדאַטן, וואָס זײַנען געפֿאָרן צו דער נאָענטער מיליטערישער הויפּטקוואַרטיר. אָבער צוליב די דיקע ווענט און די פֿעסט פֿאַרריגלטע פֿענצטער האָט מען אינעווייניק דעם רעש קוים געהערט. אָסאַמאַ איז געשלאָפֿן רויִק אין זײַן בעט, מיטן קאָפּ אײַנגעגראָבן אין אַ גרויסן, פּוכיקן קישן. ער וואָלט אַזוי געבליבן ליגן נאָך עטלעכע שעה, ווען נישט דער ריח פֿון שטאַרקער קאַווע, וואָס האָט אים געקיצלט אין די נאָזלעכער. מרס. בין לאַדען איז שוין געווען אונטן, געשטעלט דעם טשײַניק און צוגעגרייט אַ געזונטן פֿרישטיק פֿאַר די בני־בית.

“אָסאַמאַ! שטיי שוין אויף!” האָט זי געשריִען. “כאַלעד דאַרף גיין אײַנקויפֿן, דאַרפֿסטו אים זאָגן וואָס ער זאָל ברענגען פֿון מאַרק”.

“אוי, נאַדזשוואַ, ס׳איז פֿרײַטיק…” האָט ער שטיל געמורמלט. “דער איינציקער פֿרײַער טאָג…”

אין עסצימער איז די גאַנצע משפּחה שוין געזעסן בײַם טיש. נאַדזשוואַ האָט דערלאַנגט כאַלעדן די ערשטע פּרעזשעניצע, ווײַל ער האָט געדאַרפֿט אַנטלויפֿן.

“עס, עס, ייִנגעלע מײַנס!” האָט זי אַ ביסל אָפּגעלאַכט פֿון אים. כאַלעד איז שוין געווען אַ חתן־בחור פֿון עטלעכע און צוואַנציק און ס’האָט אים פֿאַרדראָסן, ווען מע האָט אים אַזוי גערופֿן.

ווען אָסאַמאַ איז אַרײַנגעקומען, האָבן די קינדער און קרובֿים פֿאַר אים געמאַכט פּלאַץ און געקוקט אויף אים, געוואַרט צו הערן עפּעס אַ וויכטיק וואָרט. ספּעציעל אין אַ טאָג ווי הײַנט, ווען דער טאַטע האָט אַזאַ הייליקן שמייכל אויף די ליפּן.

“געלויבט צו גאָט!” האָט אָסאַמאַ אויסגערופֿן און אויפֿגעהויבן די הענט. נאָך אַ זופּ קאַווע האָט ער ווײַטער גערעדט: “אַזאַ געשמאַקע קאַווע, פֿון וואַנען קומט עס צו אונדז, נאַדזשוואַ?”

“ס׳איז אַ נײַער סאָרט, ס׳הייסט ‘סטאַרבאַקס’”.

“אַ מחיה!” אָסאַמאַ האָט אויסגעטרונקען דאָס ערשטע טעפּל און זיך אָנגעגאָסן אַ צווייטס.

אין קיך און אין עסצימער איז די לופֿט שוין געוואָרן הייס. דער לײַבוועכטער, אַכמעד, וואָס איז געזעסן מיט אַ מאַשינביקס בײַ דער טיר, איז אויפֿגעשטאַנען און האָט אויפֿגעעפֿנט אַ פֿענצטער. מיט דער פֿרישער לופֿט איז גלײַך אַרײַנגעקומען דער רעש פֿון דרויסן.

“עפּעס טוט זיך דאָ”, האָט אַכמעד געזאָגט צו זיך.

“פֿאַרמאַך דאָס פֿענצטער, אַכמעד” האָט נאַדזשוואַ געזאָגט. “איך הער נישט וואָס אָסאַמאַ דערציילט”.

אַכמעד איז ווידער צוגעגאַנגען צום פֿענצטער.

“וואַרט!” האָט אָסאַמאַ זיך אָנגערופֿן און אַרויפֿגעקוקט צו דער סטעליע. “איך הער עפּעס”.

אַלע אין צימער זײַנען מיט אַ מאָל אַנטשוויגן געוואָרן, געקוקט אויף דער סטעליע, אויף אָסאַמאַ, איינער אויפֿן צווייטן. פֿון דאָרט, פֿון אויבן האָט זיך קוים געהערט אַ מין זשום.

“אַ העליקאָפּטער?” האָט אַכמעד זיך געחידושט.

“צוויי העליקאָפּטערס”, האָט אָסאַמאַ פֿאַרפּינקטלעכט.

די משפּחה איז געבליבן זיצן, פֿאַרטײַעט דעם אָטעם, און דאָס זשומען איז געוואָרן אַלץ העכער און נעענטער. יעדער האָט געמאַכט אַ שטילע תּפֿילה נאָר מיט די אויגן, קיין קלאַנג איז ניט אַרויס.

אָבער אַזוי גיך ווי דאָס זשומען איז העכער געוואָרן, איז ער דערנאָך אויך געוואָרן שטילער.

“די העליקאָפּטערס פֿליִען צו דער הויפּטקוואַרטיר”, האָט אַכמעד דערקלערט, אַרויסקוקנדיק פֿון פֿענצטער, — “פּאַקיסטאַנער העליקאָפּטערס. מיליטערישע”.

די גאַנצע משפּחה האָט אָפּגעאָטעמט.

“ברוך השם, אַבי אונדזערע”, האָט נאַדזשוואַ געלאַכט.

אָסאַמאַ האָט אויך געלאַכט און געגעבן אַ קלאַפּ אין טיש. “ס׳איז דאָ אַ באַשעפֿער אויף דער וועלט!”

און כאַלעד איז אַרויסגעגאַנגען מיט אַ פּרטימדיקער רשימה פֿון זאַכן, וואָס ער האָט געדאַרפֿט קויפֿן אין מאַרק — אַרײַנגערעכנט נאָך אַ פּעקל “סטאַרבאַקס”.

Posted in מעשׂיות | Leave a comment

די שלאַכט פֿון וויליאַמסבורג

צוליב דעם אויסנאַם־צושטאַנד איז די אונטערבאַן ניט געפֿאָרן איבער דער מאַרסי־עוועניו־סטאַנציע. דער פֿאַרקער אויף בראָדוויי, די הויפּטגאַס וואָס געפֿינט זיך אונטער די באַנרעלסן, האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעשטעלט. די ווייניק מענטשן אין די קרעמלעך און קיאָסקן האָבן געשפּירט די מאָדנע שטילקייט, געשמעקט די סכּנה אין דער קאַלטער לופֿט.

די ערשטע קלאַנגען האָבן זיך געהערט פֿון צפֿון, פֿון וואַנען די ערשטע באַנדעס אַרטיסטן און כוליגאַנעס זײַנען געקומען נעמען שליסל־פּאָזיציעס הינטער די גרויסע אויטאָס און די ריזיקע זײַלן, וואָס טראָגן די באַנרעלסן. “פּאָנק־ראַק”־מוזיק האָט געשפּילט פֿון די אָפֿענע פֿענצטערס אויף דער צפון-זײַט און מע האָט אויסגעשריגן, געבראָכן פֿענצטער אָדער געשאָסן אין דער לופֿטן, כּדי זיך צוצוגעבן מוט. צו ביסלעך זײַנען געקומען נאָך באַנדעס, נאָך און נאָך יונגע מענער און פֿרויען, מיט צעריסענע קליידער, געפֿאַרבטע האָר אָדער געגאָלטע קעפּ, ווילדע פֿריזורן, רינגלעך אין דער נאָז און אַרום די ליפּן. זיי האָבן געהאַלטן אין די הענט מעסערס, שטעקנס, פּיסטוילן, אָפּגעבראָכענע בירפֿלעשלעך. די פֿרויען האָבן געלאַכט און געכיכעט, די מענער — געזוכט מיט די אויגן סימנים פֿון שׂונא.

אַזוי זײַנען פֿאַרגאַנגען עטלעכע מינוט, בעת וועלכע די קרעמערלעך האָבן פֿאַרהאַקט די טירן און זיך באַהאַלטן אין קעלער. די רעדל־פֿירערס האָבן שוין אָנגעהויבן זיך פֿילן אַנטוישט, וואָס דער שׂונא באַווײַזט זיך ניט, ווען די ערשטע שטיינדלעך זײַנען געפֿאַלן. צו ערשט אַ פּאָר שטיינדלעך, וואָס האָבן פֿאַרפֿעלט דעם ציל און זײַנען אָפּגעשפּרונגען פֿון דער ערד, אָבער דערנאָך הונדערטער, טויזנטער, וואָס זײַנען אַראָפּגעפֿלויגן פֿון די דעכער פֿון די בנינים אויף דער דרום־זײַט. ווער עס האָט אַרויפֿגעקוקט און ניט גלײַך פֿאַרלוירן אַן אויג האָט דערבליקט די קעפּ און הענט פֿון הונדערטער חסידישע ייִנגלעך, וואָס וואַרפֿן מיט שטיינער, מיט פֿלעשלעך, מיטן גאַנצן מיסט, וואָס זיי האָבן דאָרט אויבן צונויפֿגעקליבן, כּדי צו דינען ווי אַמוניציע. די אַרטיסטן האָבן זיך צוריקגעצויגן צו מער זיכערע פּאָזיציעס, אַרויפֿגעהויבן הילצערנע ברעטער איבער די קעפּ און געוואַרט, ביז די באָמבאַרדירונג וועט זיך אויסשעפּן. זיי האָבן אויך געשאָסן פֿון דער צפֿון־זײַט פֿון די אייגענע פֿענצטערס און דעכער. עטלעכע פֿאַרוווּנדיקטע זײַנען פֿאַרבליבן אין מיטן גאַס, ניט געקענט קריכן אויף צוריק, געבעטן הילף, נאָר קיינער האָט זיי ניט געהערט.

מיט אַ מאָל האָט די טיר פֿון אַ גרויסער מצה־בעקערײַ אויף דער דרום־זײַט זיך אויפֿגעפּראַלט און אַ משׂה־אויטאָ איז אַרויס אין מיטן גאַס, אַרײַנגעפֿאָרן אין דער ריי אַרטיסטן און זי געשפּאָלטן אין צוויי. בשעת די צעווילדעוועטע באַנדעס האָבן אַרײַנגעשאָסן אין משׂא־אויטאָ פֿון ביידע זײַטן, אַרויפֿגעקלעטערט, געשטאָכן  מיט שטאָלענע שפּיזן אין די זײַטן און פֿון אויבן, האָט זיך געהערט אַ געשריי. פֿון דיוויזשן־עוועניו האָט זיך אַרויסגעלאָזט אַ מאַסע חסידים, גרויסע, באַלײַבטע, לויפֿנדיק מיטן פֿולן אימפּעט. אין די הענט האָבן זיי געהאַלטן שטעקנס, ביקסן, די מעטאַלענע דעקלעך פֿון מיסטקעסטלעך. די שוואַרצע קאַפּאָטעס האָבן געפֿלאַטערט אין ווינט און די ערד האָט געציטערט אונטער זייערע פֿיס ווי פֿון אַ סטאַדע פֿאַרווילדעטע בופֿלאָקסן. פֿון פֿאָרנט האָט געברומט אַ ריזיקער חסיד מיט אַ לאַנגער, געלער באָרד, וואָס האָט געהויבן מיט ביידע הענט אַ גרויסן האַק. הינטער אים איז געגאַנגען אַ צווייטער, אַ ביסל קלענער אָבער נאָך ברייטער, מיט אַ שוואַרצער באָרד, וואָס האָט מיט איין האַנט געשוווּנגען אַ דיקע אײַזערנע קייט און און אין דער צווייטער געהאַלטן אַ שעכטמעסער.

דאָס געווער האָט געקנאַלט און גערויכט אויף ביידע זײַטן בשעת די צוויי מאַסן זײַנען זיך צוזאַמען געשטויסן. ווי אַ כוואַליע האָבן די חסידים געשטורעמט איבער די אויטאָס און פֿאַרטיידיקונג־פּאָזיציעס פֿון די אַרטיסטן, אַרײַנגעהאַקט אין קעפּ און אָרעמס, זיי צעטראָטן און צעקוועטשט מיט די שווערע שוואַרצע שטיוול. דער געלער מיטן גרויסן האַק האָט געשניטן אין צוויי עטלעכע שׂונאים מיט אַ מאָל, באַשפּריצט די ווענט און די שטיינערנע זײַלן מיט בלוט.

די אַרטיסטן זײַנען אָבער געווען מער, זיי זײַנען געקומען פֿון אומעטום, געשאָסן פֿון די פֿענצטערס, אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די פֿײַער־לייטערס. אין זייער אָנגעשיכּורטן און נאַרקאָטיזירטן מצבֿ האָבן די פֿאַרוווּנדיקטע גאָר ניט געפֿילט, אַז עס פֿעלט זיי אַ האַנט אָדער אַ פֿוס, און זיי האָבן ווײַטער געקעמפֿט. דערצו האָבן די אַרטיסטן געהאַט אַ ספּעציעלן וואָפֿן קעגן חסידים. מיט אַ ווילדער בילערײַ זײַנען פֿון די הינטערגעסלעך אַרויסגעלאָפֿן גרויסע בייזע הינט, וואָס די לאַנגע רײַסציין זייערע האָבן געטריפֿט מיט סלינע און אָט באַלד — מיט בלוט. די הינט האָבן צעריסן די קאַפּאָטעס, זיך אײַנגעביסן אין די פֿיס און אין האַלדז.

די חסידישע רייען האָבן גענומען זיך וואַקלען. “שמע ישׂראל” האָבן אויסגערופֿן די פֿאַרוווּנדיקטע, וואָס זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן אונטער דער שווערער, הינטישער משׂא. דעמאָלט האָבן די אַרטיסטן אַרײַנגעשטאָכן מיט מעסערס און צעבראָכן גלאָז. אַפֿילו דער געלער און דער שוואַרצער, שטייענדיק מיטן רוקן איינער צום צווייטן, האָבן געקעמפֿט מיט די לעצטע כּוחות. דאָס שעכטמעסער איז געווען צעבויגן און אײַנגעקנייטשט, די אָרעמס זײַנען געוואָרן צו מיד אויפֿצוהייבן דעם גרויסן האַק. דער קאַלטער ווינט האָט געקילט זייערע נאַקנס און דעם שווייס, וואָס איז גערונען און זיך אויסגעמישט מיט זייער בלוט.

כּמעט אַרומגערינגלט, האָבן די חסידים זיך דאָך ניט אונטערגעגעבן. פֿון די דעכער אויבן האָט זיך געהערט ווי די ייִנגלעך זינגען אַ האַרציקן ניגון — דעם אַלטן רבינס ניגון, וואָס די חסידים זינגען יעדע וואָך בײַם טיש. וויפֿל פֿײַער און נשמה ס׳איז געלעגן אין דעם ניגון, האָבן די קעמפֿערס אויך אָנגעהויבן זינגען. די אַרטיסטן האָבן ניט געוווּסט וואָס טוט זיך, דאָס זינגען איז געוואָרן העכער, ביז עס האָט זיך פֿאַרמאָסטן מיט דער ראַק־מוזיק, וואָס האָט נאָך אַלץ געדונערט פֿון די פֿענצטערס. דאָס פֿײַער איז די חסידים אַרײַן אין די אָדערן, די מוסקלען האָבן זיך געצויגן און געשטרעקט אונטער די צעריסענע קאַפּאָטעס. מיט די נאַקעטע הענט האָבן זיי געשלאָגן די הינט קעגן די ווענט, צעקוועטשט די קעפּ פֿון די שׂונאים און זיי דורכגעשפּיזט אויף זייערע אייגענע מעסערס. דאָס זינגען האָט די אַרטיסטן אַזוי דערשראָקן, אַז עטלעכע האָבן אַראָפּגעלאָזט די וואָפֿנס און זײַנען אַנטלאָפֿן. יעדער וואָס איז אַוועק האָט אײַנגעגעבן די חסידים מער כּוח און זיי האָבן צעהאַקט און צעקלאַפּט מיט גרויס התלהבֿות. ניט לאַנג און די גאַנצע גאַס איז געווען ליידיק פֿון אַרטיסטן, אַחוץ מתים און אַזעלכע וואָס האָבן זיך ניט געקענט רירן פֿון אָרט. די חסידים האָבן געוווּנען.

***

יענעם אָוונט איז אַ גרויסער עולם געקומען דאַוונען מעריבֿ אינעם אַלטן רבינס קלויז אויף ראַדני־סטריט. מע האָט געוואַרט צו הערן פֿון רבין עפּעס וועגן דעם הײַנטיקן נצחון, וואָס האָט דערפֿרייט די פֿרומע קרײַזן איבער גאַנץ ניו־יאָרק. אָבער דער רבי איז ניט אַרויס פֿון שטוב און האָט געדאַוונט ביחידות. מע האָט געזאָגט, אַז ער האָט גרויס עגמת־נפֿש איבער די ייִדישע קינדער, וואָס זײַנען נעבעך פֿאַרוווּנדיקט און געהרגעט געוואָרן פֿון די רוצחים די אַרטיסטן. “די שלאַכט האָט מען געוווּנען”, האָט ער געזאָגט, “אָבער די מלחמה האָט זיך בלויז אָנגעהויבן”.

Posted in מעשׂיות | 3 Comments

פֿאַרוויקלונג — פֿון שמואל נײַדאָרף

Posted in פּאָעזיע | Leave a comment

פֿאַרשפּעטיקטע שרײַבקרײַז־אַנאָנסן

Posted in אונטערנעמונגען | Leave a comment

מענטשלעכע קרובֿהשאַפֿט — פֿון שמואל נײַדאָרף

Posted in פּאָעזיע | Leave a comment

יוגנטרוף אױפֿן ראַדיאָ

נאָך אַ זומער איז אַריבער און דאָס הײסט אַז מיר יוגנטרופֿניקעס האָבן געמאַכט נאָך אַ ייִדיש-װאָך. דאָס יאָר איז זי פֿאָרגעקומען אין מערילאַנד. אַ דאַנק די באַטײליקונג פֿון חנה ראָזענפֿעלד פֿונעם ראַדיאָ פּראָגראַם “נײַע כװאַליעס” װאָס טראַנסמיטירט אױף דער סטאַנציע פֿונעם מעלוכישן ראַדיאָ אַגענטור אין פּױלן, האָט מען געמאַכט פֿיר פֿאַרשידענע ראַדיאָ-פּראָגראַמען װעגן דער הײַיאָריקער ייִדיש װאָך אין װאָס מ’האָט אינטערװיויִרט די אָנטײלנעמערס.
הערט זיך צו און האָט הנאה.

אַן אינטערװיו מיט דזשאָרדין קוציק װעגן זיך און װעגן דער ייִדיש-װאָך

 מ’אינטערװיויִרט יאַנקל־פּרץ בלום ,דזשאָרדין קוציק, יהודית וואַלעצקי ,גדליה איידלמאַן, שבע צוקער, איִוו יאָכנאָוויץ, יעלענאַ שמולענסאָן, אָרן ריקמאַן. 

אינטערװיוען מיט אַ טײל פֿון די עלטערן אין אונדזער קרײַז װאָס האָדעװען זײערע קינדער אױף ייִדיש.

מאָטל גאָרדאָן רעדט װעגן זײַן אַרבעט און זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער ייִדיש װאָך. ער און חנה ראָזענפֿעלד האָבן הײַיאָר באַקומען די פֿראָסט פֿאָנד סטיפּענדיע פֿאַר ייִדיש-רעדנדיקע יונגע לײַט און קולטור-טוערס פֿון מיזרח אײראָפּע.

Posted in אינטערװיוען | 2 Comments

יונגע שטימען אין פֿאָרווערטס

אויף די פֿיס האָט ער געטראָגן אַ פּאָר בלאָע סאַנדאַלן. אין דער רעכטער האַנט — געהאַלטן אַ זעקעלע מיט אַ מאַראַנץ, אַ סענדוויטש מיט קעז און אַ פֿלאַש וואַסער. ער האָט אײַנגעאָטעמט די פֿרישקייט וואָס דער ווינט האָט אים צוגעטראָגן.

דאָס מאָל זענען די ריחות פוֿנעם גליל נישט געווען בכּוח צו מונטערן זײַן געמיט. ער האָט זיך געלאָזט גיין באַרג־אַראָפּ. די שטראַלן פֿון דער פֿרימאָרגנדיקער זון האָבן געקיצלט זײַנע רויטלעכע אויגן. נאָך אַ שעה גיין איז ער שוין געווען אין טאָל.

זײַנע פֿיס זענען געשטאַנען אויף דער שוועל פֿון זײַן פֿאַרלוירענעם קיניגרײַך, בײַם טײַכל, וווּ ער פֿלעגט פּליוסקען זיך אין די קינדער־יאָרן.

זײַן אייגענער קינדישער, קײַקלדיקער געלעכטער האָט אים אַ קלינג געטאָן אין די אויערן. איצט האָבן אָט די רגעס אויסגעזען אַזוי ווײַט, ווי אַלץ וואָלט פֿאָרגעקומען אויף אַן אַנדער וועלט, אויף אַן אַנדער פּלאַנעט.

די איינציקע זאַך וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון יענער צײַט, איז טאַקע דאָס טײַכל.

ער האָט געקוקט אויף דעם וואַסער, באַוווּנדערט דעם שטילן כּוח מיט וועלכן עס שנײַדט זיך דורך אַ וועג אינעם טאָל צו די פֿעלדזן און שטיינער. דאָרט געזעגנט זיך דאָס טײַכל מיט די שפּיציקע פֿעלדזן, גלעט זיי שטילערהייט און לאָזט זיך ווײַטער אין זײַן אייביקן וועג צום ים אַרײַן.

דער כּוח פֿון גראַוויטאַציע טרײַבט עס עקשנותדיק, פֿון ששת־ימי־בראשית אָן ווײַטער און ווײַטער אין טיפֿעניש פֿון צײַט. דער ים ווערט נישט פֿול, דאָס טײַכל ווערט נישט אויסגערונען.

אַרום אַ ברוינעם פֿעלדז שווימען שוואַרצינקע קאָפּ־עקלעך, דאָס קליינוואַרג פֿון די פֿראָשן. זיי דרייען זיך אין אַ פֿריילעכן, אומזיניקן קאַראַהאָד — פֿלינק מיט אַ לעבנס־לוסטיקן, קרעפֿטיקן דריי. לוסט און כּוח טראָגן אין זיך די באַשעפֿענישן, וועלכע האָבן זיך ערשט אויסגעפּיקט פֿון דער דורכזיכטיקער רויג.

אַזאַ נײַגער צום לעבן האָט איציק אויך געהאַט אין זיך אין יענע ווײַטע קינדער־יאָרן.

נישט ווײַט פֿון אַ שאַר קליינע פֿישלעך איז געלעגן אַ צעפּלעטשט פּלאַסטיק־פֿלעשל. דער העל-גרינער קאָליר האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן. די פֿישלעך מיט שײַנענדיקע, זילבערנע שופּן גיבן זיך אַ לאָז צום פֿלעשל, טוען עס אַ צופּ — נישטאָ וואָס צו נאַשן — און באַהאַלטן זיך אונטער די שטיינער. נאָך אַ מינוט-צוויי שווימען זיי אַרויס פֿון זייער באַהעלטעניש און נעמען זיך ווידער פֿאַרזוכן דאָס פֿלעשל. אַ נאַרישע פּעולה אָן אַן אנהייב און אָן א סוף…

איציק גיט אַ טראַכט: אפֿשר איז אויך זײַן לעבן אַזוי אומזיניק?

לעבן דעם טײַכל וואַכן עטלעכע שטאָלצע פֿײַגנביימער. זייערע שטאַמען — ברייטע, האַרטע און קרומע פֿאַר אַלטקייט, זײַנען אויסגעשטאַנען היצן און שלאַקס־רעגנס. צוליב וואָס טאַקע?

אַ ווינטל גנבֿעט זיך צווישן די גרויסע, גרינע בלעטער און נאָר פֿונעם לײַכטן שאָרך פֿאַלן די צײַטיקע פֿײַגן, ווי דערשאָסענע פֿייגל. אין צוויי, דרײַ טעג אַרום וועט נישט בלײַבן פֿון זיי קיין סימן.

איציק האָט אָנגעטראָטן מיט אַ פֿוס אויף אַ פּירה — סתּם אַזוי, אָן אַ פֿאַרוואָס. ער האָט זיך ווידער אומגעקוקט און נישט פֿאַרשטאַנען וואָס פּלוצעם שטייט ער דאָרט, לעבן “זײַן” טײַכל.

דרײַ אַזייגער בײַ נאַכט, בשעת די געדיכטע פֿינצטערניש האָט זיך געראַנגלט מיטן ליכט פֿונעם קאָמפּיוטער־עקראַן, האָט ער צוגעשיקט אַ קאַרגן בליצבריוו זײַן שעף וואָס זיצט אין קאַליפֿאָרניע. “איך פֿיל זיך נישט גוט הײַנט, צום באַדויערן, וועל איך נישט קענען קומען צו דער אַרבעט. אַלדאָס בעסטע. איציק”.

ער האָט זיך געפֿילט נישט גוט, ווי “נישט גוט” הייסט. דאָס לעבן האָט אים ווידער געפּאַטשט אין פּנים. ער האָט זיך געגעבן דאָס וואָרט, אַז דאָס וועט זײַן דער לעצטער פּאַטש. ער גייט אַ סוף מאַכן צו דער גאַנצער קאָמעדיע.

עטלעכע שעה פֿריִער איז זי געקומען צו אים. “זי” איז, אייגנטלעך, זײַן חבֿרטע. ס׳הייסט, זיין חבֿרטע ביז נעכטן בײַ נאַכט. הײַנט אַרויסצורעדן איר נאָמען קאָסט אים צופֿיל כּוחות.

זי איז געזעסן אויפֿן דיוואַן מיט פֿאַרלייגטע הענט. צווישן אירע אײַנגעשרומפּענע ליפּן האָט זי אויסגערעכנט אַ גאַנץ צעטל מיט זײַנע מעלות. די שיינע ווערטער, צעשיט מיט אַ ברייטער האַנט, האָבן נישט צוגעזאָגט קיין גוטס.

“וואָס עפּעס אַזאַ לויב־געזאַנג אין מיטן דערינען?” — האָט ער הייזעריקלעך געפֿרעגט.

זי האָט אַרויסגעבראַכט די פֿאַרפֿרוירענע ווערטער שטילערהייט: “מיר ראַנדקעווען שוין אַ פּאָר גוטע חדשים, אָבער איך בין נישט זיכער, צי דו ביסט טאַקע דער מענטש וואָס איך זוך אים, ווי אַ פּאַרטנער אין לעבן”. “פּאַרטנער”, אויך מיר א וואָרט! אירע ווערטער האָבן אים געשלאָגן אין פּנים, ווי האָגל. ער האָט געפּרוּווט זיך אויסטענהן מיט איר, איבערצײַגן.

זי האָט זיך נישט גערירט פֿון איר מיינונג. ער האָט פּלוצעם דערפֿילט, אַז ס׳איז גאָטס רחמנות צו קוקן אויף אים.

אַ שרעקלעכע מידקייט האָט זיך אויף אים אַרויפֿגעלייגט. זי איז אַוועקגעגאַנגען. ער האָט זיך פֿאַרקאָכט אַ שטאַרקע, שוואַרצע קאַווע. “ס׳וועט זײַן אַ לאַנגע נאַכט”, — האָט ער גערעדט צו זיך, ווי ס’פּאַסט פֿאַר אַ מענטש, וואָס האָט זיך פּלוצעם דערפֿילט עלנט…

איציק האָט געוואָרפֿן אַ שטיינדל אין אַ פֿעלדז — זאָל אים אויך וויי טאָן.

בײַם ראַנד פֿונעם טײַכל האָט זיך געשלעפּט אַ צעשויבערטער, קויטיקער הונט. ער האָט געהינקט אויף דער פֿאָדערשטער לאַפּע, און אויסגעזען ווי אַ מין געמיש פֿון אַלע הינט אויף דער וועלט.

“איך זע איצט אויס נישט שענער…” — נאָך אַ זיפֿץ האָט איציק דעם הונט אי געפֿרעגט, אי געזאָגט: “האָט מען דיך, הייסט עס, אויך איבערגעלאָזט?”

דער הונט האָט אויפֿגעהויבן די אויגן פֿול מיט געלן אומעט. “ביסט הונגעריק, נישט אַזוי?” איציק האָט אַרויסגעשלעפּט פֿונעם זעקעלע דעם סענדוויטש און געוואָרפֿן צום הונטס פֿיס.

דער הונט האָט זיך באַלד אַ וואָרף געטאָן צום שטיקל ברויט מיט קעז.

“עס געזונטערהייט, פֿרעסי”, האָט איציק צוגעקלעפּט אַ נאָמען דעם היימלאָזן הונט.

איידער איציק האָט זיך גוט אומגעקוקט האָט דער הונט שוין געהאַט אויפֿגעגעסן דעם סענדוויטש מיט אַ הינטישן אַפּעטיט.

“זאָל דיר ווויל באַקומען, פֿרעסי. איצט, גיי. איך וועל גיין מיט מײַן וועג, און דו וועסט גיין מיט דײַנעם”.

האָט איציק פֿאַרטריבן דעם הונט און זיך געלאָזט גיין צוריק. ער האָט אָבער געפֿילט מיטן נאַקן דעם הונטס בליק. ער האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ און זיך אָנגעטראָפֿן אין צוויי מילדע און אומעטיקע אויגן.

“קום, פֿרעסי, קום”, — האָט איציק זיך אָנגערופֿן. דער הונט האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג בעטן.

צוגעלאָפֿן צו זײַן נײַעם באַלעבאָס, זענען זיי שוין געגאַנגען באַרג־אַרויף איינער לעבן דעם צווייטן, ווי אַלטע, גוטע פֿרײַנד.

איציק האָט געפֿילט, ווי דער ווינט וויגט אים, שטילט אין אים אײַן די פֿאַרלוירנקייט. האַרט לעבן דעם אויטאָ האָט איציק דערזען, ווי דער הונט שמעקט זיך אַרום, שאַרט די מאָרדע איבער דער ערד. “אָט, וועט ער באַוואַסערן די גלילער ערד”, האָט איציק געפּסקנט.

צו זײַן חידוש האָט דער הונט נישט פֿאַרריסן קיין פֿיסל, נאָר זיך צוגעזעצט ווי אַ פּריצה. “ביסטו אַ ‘זי’, הייסט עס, אַ צויג”, — האָט ער צוגעשמייכלט.

“ווילסטו אפֿשר זײַן מײַן פּאַרטנערשע?”.

פֿרעסי האָט אַרויסגעשטעקט די צונג, וואָס האָט געקאָנט פֿאַרטײַטשט ווערן, ווי “יאָ”.

ער האָט אויפֿגעעפֿנט די הינטערשטע טיר פֿון דעם אויטאָ, ווי פֿאַר אַ דאַמע. צוריק צו דער ציוויליזירטער וועלט זײַנען זיי שוין געפֿאָרן אין איינעם.

ווען איך בין אָנגעקומען שטודירן אין מינעאַפּאָליס, האָב איך עטלעכע חדשים געוווינט לעבן הוליאַקעס און לעביונגען — “פֿרעטבויס” בלע״ז — אין אַ געגנט ניט ווײַט פֿונעם אוניווערסיטעט, וואָס הייסט “דינקיטאַון.” פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם ערשטן זמן בין איך זייער ווייניק געשלאָפֿן. דערנאָך האָב איך געוווינט עטלעכע חדשים אין אַ חורבֿה אין אַן אָרעמען קוואַרטאַל, וווּ עס הענגען אַ סך שילדן, ווי למשל אַזאַ: “דאָס איז אַ נאַרקאָטיק־פֿרײַע געגנט” — דערפֿון קען מען דרינגען, אַז מע פֿאַרקויפֿט דאָרט נאַרקאָטיק אויף יעדן ראָג. איך האָב געוווינט אין מײַן חורבֿה אין גאַנצן אַליין, סײַדן די ווילדע וועווריקעס, וואָס האָבן פֿאַר זיך געמאַכט אַ היים אין מײַן דאַך און ניט געלאָזט שלאָפֿן בײַ נאַכט.

סוף־כּל־סוף, האָב איך באַשלאָסן, אַז איך וויל וווינען ערגעץ שטיל, וווּ קיינער וועט מיר ניט שטערן און איך וועל קענען רויִק לייענען און שטודירן ווי געהעריק. איך בין אַרײַן אין וווין־אָפּטייל בײַם אוניווערסיטעט און געבעטן די סעקרעטאַרשע זי זאָל מיר געפֿינען עפּעס אַ צימערל אין אַ מושבֿ־זקנים, צי אַן אַנדער מין אַנשטאַלט פֿאַר אַלטע־לײַט. צום באַדויערן, האָט זי געזאָגט, האָבן זיי ניט אַזעלכע צימערלעך, אָבער אַן אַלטע פֿרוי האָט איר נאָרוואָס געהאַט געקלונגען און געבעטן, מע זאָל איר געפֿינען אַ סטודענט וואָס זאָל וווינען בײַ איר און איר מאַן. איך האָב דאָס פּאַפּיר מיטן טעלעפֿאָן־נומער גענומען, געקלונגען, געמאַכט אַ וויזיט און אין דעם זעלבן טאָג געהאַט אַ צימער אינעם קעלער פֿון דעם שיינעם, גרויסן הויז בײַם טײַך מיסיסיפּי, וווּ עס האָבן געוווינט מיסטער און מיסעס הורוויטש.

עוועלין הורוויטש איז געווען זייער אַ סימפּאַטישע באַריידעוודיקע פֿרוי אין די שפּעטע זיבעציקער, וואָס האָט, דער עיקר, געדאַרפֿט אַ ביסל הילף מיט אירע טאָג־טעגלעכע באַדערפֿענישן פֿון אַזאַ גרויס הויז: רײַניקן די בערגלעך שניי ווינטער, וואָס אין מינעאַפּאָליס געדויערט ער 5 אָדער 6 חדשים און באַדעקט די גאַנצע לאַנדשאַפֿט כּסדר מיט עטלעכע פֿוס שניי און אײַז; אין האַרבסט — צונויפֿשאַרן בערגלעך בלעטער, וואָס פֿאַלן אַראָפּ פֿון די ריזיקע ביימער; און אין פֿרילינג שנײַדן דאָס גראָז אויף דער קליינער לאָנקע פֿאַר דעם הויז און אויף דער זייער גרויסער לאָנקע הינטן. אַזוי ווי איך האָב קיין מאָל ניט געהאַט געטאָן אַזאַ מין אַרבעט, איז זי אויף מיר געפֿאַלן ווי אַ שווערע לאַסט. עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך פֿאַרברענג מײַן גאַנץ לעבן מיט שופֿלען, שאַרן און שנײַדן, ווי אַ שקלאַף וואָס רײַסט באַוול אין פֿעלד; כאָטש פֿאַקטיש, בין איך געווען זייער אַ פֿוילער און אָפּגעלאָזענער גערטנער און דער הויף האָט צו ביסלעך אָנגעהויבן אויסזען ווי אַ ווילדעניש. עוועלין האָט אויך געדאַרפֿט האָבן אַ מענטש מיט וועמען צו שמועסן, ווײַל איר מאַן, לעאָניד, איז געווען אַ האַלב־טויבער, אַ קאַרגער אויף ווערטער און פֿלעגט דעם גאַנצן טאָג נישטערן אין זײַנע ביכלעך און אַרבעטן אויף עפּעס אַ כּתבֿ־יד, וואָס ער האָט קיין מאָל ניט געקענט פֿאַרענדיקן. צום באַדויערן, בין איך געווען אַ ביסל געראָטן אין אים און האָב זעלטן זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַ וואָרט, בעסער געוואָלט זיך באַהאַלטן אין מײַן צימערל מיט מײַנע אייגענע ביכלעך.

לעאָניד הורוויטש, אָדער ליִאָ, ווי מע פֿלעגט אים רופֿן, איז געווען אַ ייִד אין די הויכע אַכציקער, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע. מע האָט זיך געשושקעט, אַז אין די 60ער יאָרן, אין דער ליבעראַלער פּאָליטישער תּקופֿה, האָט ער געשפּילט אַ גרויסע ראָלע ווי אַן אַרכיטעקט פֿון דער פֿאַרזאָרג־עקאָנאָמיע (“וועלפֿייר” בלע״ז). מיט מיר האָט ער אויך זעלטן גערעדט, נאָר אַ מאָל פֿלעגן מיר זיך באַגעגענען בײַם טישל אין קיך און פֿירן אַ שמועס וועגן איינעם פֿון זײַנע אינטערעסן: כינעזיש, די ביבלישע אַרכעאָלאָגיע, די כאַזאַרן, אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. ער האָט אויך דערציילט וועגן זײַן אייגן לעבן, און טייל מאָל האָב איך זיך אַפֿילו צוגעהערט צו זײַנע רייד.

לעאָניד איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע פֿאַר דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע און איז אויפֿגעוואַקסן אין וואַרשע. זײַן טאַטע איז געווען אַן אַדוואָקאַט און די משפּחה האָט געהאַט אַ שיינע בירגערלעכע עקזיסטענץ, אַפֿילו געהאַט אַ דינסט. אין דער היים האָט מען גערעדט פּויליש, כאָטש זײַן טאַטע האָט אויך געקענט ייִדיש און אין עוועלין און לעאָנידס הויז האָבן זיך געפֿונען אַ צאָל ייִדישע ביכער, וואָס האָבן אַ מאָל געהערט צו אים. לעאָניד האָט שטודירט אינעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט און האָט געדענקט ווי מע האָט אײַנגעפֿירט די “געטאָ־בענק”, די ספּעציעלע בענק פֿאַר ייִדישע סטודענטן, וואָס האָבן ניט געטאָרט זיצן צוזאַמען מיט די פּאָליאַקן. די אַנטיסעמיטישע באַדינגונגען האָבן אים אָבער געראַטעוועט, ווײַל ער האָט זיך געפֿילט געצוווּנגען אַוועקצופֿאָרן פֿון פּוילן אין 1938 און ווײַטער שטודירן אין לאָנדאָן, וווּ עס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען די בעסטע פּראָגראַם אין עקאָנאָמיע. אין 1940 איז ער אָנגעקומען אין אַמעריקע און שוין דאָ פֿאַרענדיקט זײַן דאָקטאָראַט אינעם אוניווערסיטעט פֿון שיקאַגאָ, וווּ עוועלין איז געווען זײַן לערן־אַסיסטענטקע, און מיט וועמען ער האָט חתונה געהאַט אין 1944. זײַן טאַטע האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און שפּעטער געלערנט אַלט־קירכנסלאַוויש אין מינעאַפּאָליס.

פּראָפֿעסאָר הורוויטש, אַזוי האָב איך גערופֿן לעאָנידן — האָט ניט געמאַכט קיין זייער בכּבֿודיקן אײַנדרוק. ער האָט געהאַט אַ פּליך מיט אַ ראַנד ווילדע האָר; איז, ווי אַ סך אַלטע־לײַט, ניט געווען איבעריק ריין, און איז מסתּמא אין דער יוגנט אויך ניט געווען קיין גרויסער אַקוראַנטיסט. ער האָט זיך געפּאָרעט מיט פּאַפּירן אין וווינצימער און אין זײַן ביוראָ; קוים זיך גערירט, אָבער באַוויזן צו פֿאַרשטעלן מיט ביכער אַלע פֿרײַע ערטער — אויף די טרעפּ, אויפֿן טעפּעך. קוים געהערט וואָס מע רעדט צו אים, איז ער געווען זייער איינזאַם. דערצו האָט ער גערעדט פּאַמעלעך מיט אַ שווערן פּוילישן אַקצענט.

לעאָניד און עוועלין זײַנען ביידע געווען געטרײַע דעמאָקראַטן, איבערגעגעבענע די פּרינציפּן פֿון ליבעראַליזם. ער האָט ווייניק גערעדט דערפֿון, אָבער עוועלין האָט געברענט מיט כּעס קעגן די רעפּובליקאַנער, וואָס מאַכן אַ תּל פֿון די פֿאַרזאָרג־אינסטיטוציעס אין מינעסאָטאַ: די מלוכישע שולן, די שאָסעען, פֿונעם אוניווערסיטעט שוין אָפּגערעדט. מיט גרויס קלוגשאַפֿט האָב איך פֿון זיי אויסבאַהאַלטן מײַן פּאָליטישע פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אַן אַמאָליקער פּרעזידענט פֿון די אוניווערסיטעט־רעפּובליקאַנער בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. ווען זיי האָבן גערעדט פֿון יענע זאַכן און געשריגן אויף דער טעלעוויזיע, פֿלעג איך שאָקלען מיטן קאָפּ און זיך מאַכן תּמעוואַטע. פֿאַר די וואַלן אין 2004 האָט עוועלין מיך דערמוטיקט זיך צו באַטייליקן, אַפֿילו געשיקט אַ שכנטע מיך צו דערמאָנען צו שטימען פֿאַר קערי און קעגן בוש. אָבער איך האָב עס נישט געטאָן.

אין מײַן לעצטן זמן אין מינעאַפּאָליס האָבן מיר לעאָניד און עוועלין אַ סך געהאָלפֿן. איין שיינע נאַכט איז פֿאָרגעקומען אַ ליקוי־לבֿנה און, אַזוי ווי די מזלות האָבן באַשטימט, האָב איך געהאַט אַן אויטאָ־אַקצידענט, צעבראָכן זיך אַ ביינדל אין פֿוס און פֿאַרבראַכט אַ שטיקל צײַט אין שפּיטאָל. אין משך פֿון איין חודש בין איך געגאַנגען אויף קוליעס און ניט געקענט, ווי געוויינטלעך, גיין צו דער אויטאָבוס־סטאַנציע, און פֿון דאָרט צו מײַן אָפּטייל. עוועלין האָט געדאַרפֿט מיך אַהין פֿירן מיט איר אויטאָ און עטלעכע שעה שפּעטער מיך אָפּנעמען, ווי אַ פּריוואַטער שאָפֿער. זי האָט אַפֿילו געמאַכט די ערשטע שיינע בילדער פֿון מיר, ווי איך שטיי לעבן די בערגלעך שניי וואָס איך האָב אַזוי פֿײַנט געהאַט, כּדי איך זאָל האָבן וואָס אַרויפֿצושטעלן אויף די שידוכים־וועבזײַטלעך. עצות האָט זי מיר אויך געגעבן, ווי אַזוי צו כאַפּן מיידלעך, וואָס האָבן ליב אַ קלוגע ווערטער “ניט בלויז גרויסע מוסקלען”. נו, דערפֿאַר האָט זי, אַ שיינע שיקסע פֿון וויסקאַנסין, זיך פֿאַרליבט אינעם קליינעם ייִדל לעאָניד, וואָס איז יונגערהייט אויך ניט געווען קיין גרויסער אַטלעט.

ניט געקוקט אויף דער גאַנצער הילף און ליבשאַפֿט וואָס עוועלין און לעאָניד האָבן מיר אַנטקעגן געבראַכט, האָב איך צום סוף באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן מינעאַפּאָליס און מײַן גראַדויִר־פּראָגראַם דאָרטן און זיך אַריבערפּעקלען צוריק אַהיים קיין ניו־יאָרק. דערנאָך האָב איך זיי געזען בלויז איין מאָל, מיט צוויי יאָר שפּעטער, ווען איך בין געקומען אויף אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ, וואָס איז צופֿעליק פֿאָרגעקומען אין מינעאַפּאָליס. דאָס הויז איז דעמאָלט שוין געשטאַנען האַלב ליידיק, ווײַל עוועלין און לעאָניד זײַנען געהאַט אַריבער אין אַ קליינער דירה, וואָס איז געווען בעסער צוגעפּאַסט צו זייערע באַגרענעצטע כּוחות. זיי האָבן פּונקט געהאַלטן בײַם אַריבערברענגען די אַלע ביכער און מעבל, וואָס זיי האָבן אָנגעזאַמלט אין משך פֿון זייער לאַנג לעבן צוזאַמען. זיי האָבן מיך פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע אין עפּעס אַ ביליקן רעסטאָראַן, און איך האָב געמאַכט בילדער פֿון זיי, ווי זיי קוקן אויף מיר און ציילן גאָר פֿאָרזיכטיק דאָס ביסל “טיי־געלט” פֿאַרן קעלנער. קאַרג איז לעאָניד געווען ניט נאָר אין ווערטער.

מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט מײַן מאַמע מיר דערמאָנט איך זאָל זיי אָנקלינגען — אַזאַ שיין פּאָרפֿאָלק, אַזעלכע האַרציקע מענטשן, וואָלט איך געדאַרפֿט בלײַבן מיט זיי אין פֿאַרבינדונג. איך האָב גערעדט מיט עוועלין, געהערט אַ פּאָר ווערטער פֿון לעאָניד, און זיך דערוווּסט, אַז זײַן געזונט איז ניט צום בעסטן, נעבעך.    , יעדע וואָך האָט ער געדאַרפֿט גיין אין שפּיטאָל פֿאַר “דײַעליסיס” — אַזאַ מין בלוט־רייניקונג. איך האָב זיי געוווּנטשן אַל דאָס גוטס, און דאָס איז געווען אונדזער לעצטער שמועס.

אפֿשר אַ חודש שפּעטער האָב איך געלייענט אין דער צײַטונג און געזען אין די נײַעס, אַז לעאָניד הורוויטש, אין עלטער פֿון נײַנציק יאָר, האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע אין עקאָנאָמיע פֿאַר זײַן פֿאָרשונג אין “מעכאַניזם־דיזײַן־טעאָריע”. דערמיט איז ער געווען דער עלטסטער מענטש, וואָס האָט אַ מאָל געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע. אין אינטערוויוען האָט ער געזאָגט, אַז ס׳איז געווען אַ ספֿק, צי ער וועט אַ מאָל געווינען, ווײַל די מענטשן וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען ווי וויכטיק ס׳איז געווען זײַן פֿאָרשונג, זײַנען שוין געווען אויף יענער וועלט. לעאָניד איז ניט געווען בכּוח צו פֿליִען קיין שטאָקהאָלם אויף דער צערעמאָניע מיטן שוועדישן קעניג, אָבער אַ מלוכישער שליח איז ספּעציעל געקומען קיין מינעאַפּאָליס פֿאַר אַ באַזונדערער, פּערזענלעכער צערעמאָניע. אַן אוניווערסיטעט־זשורנאַל האָט געדרוקט אַן אַרטיקל וועגן דעם מיט בילדער, וואָס ווײַזן לעאָניד אַרומגערינגלט מיט אַ גרויסן עולם.

איך האָב געדאַרפֿט אים קלינגען אין די וואָכן נאָך דעם ווי ער האָט געוווּנען די פּרעמיע, אָבער איך האָב זיך געזאָגט, אַז איצטער הערשט דאָרט אַ גרויסער טומל, אַז די גאַנצע וועלט וויל רעדן מיטן אַלטן ייִד. איך האָב אים ניט געקלונגען און מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָב איך שוין געלייענט דעם נעקראָלאָג אין דעם “ניו־יאָרק טײַמס”: “לעאָניד הורוויטש, נאָבעל־עקאָנאָמיסט, געשטאָרבן צו 90 יאָר”.

אײַ, נאַרישע, גראָבקעפּיקע יוגנט! וויפֿל שעה האָב איך פֿאַרבראַכט מיט די פּוסטע ביכלעך מײַנע, ווען איך האָב געדאַרפֿט גיין רעדן מיטן גאָון איך האָב געוווינט אונטער איין דאַך! וויפֿל האָט ער געהאַט צו דערציילן וואָס איך האָב ניט געוואָלט הערן! נאָר דאָס לעבן איז קורץ און דער שׂכל איז נאָך קירצער. בין איך צופֿרידן, וואָס איך האָב זוכה געווען אים און זײַן ווײַב צו קענען כאָטש אַ ביסל.

Posted in מעשׂיות | Leave a comment